Size / / /

האָבּ איך אים אין פעלד באגעגנט און אים אזױ געזאָגט׃

    — האר —  דוּ — מײַן! דײַנע פעלדער זײַנען אָפּגעשניטן, הארטע שטרױען־שטיקלעך זײַנען נאָר פון דײַן זומער געבּליבּן, קילע װעלדער אנשװיגענע אף דײַן װינטער װארטן, פײגלען און פײגעלעך פארשידענע דײַנע לענדער פארלאָזן, און דײַנע װעגן װערן פארוּמערט, דײַנע װײַטן װערן פארבּלאָזן, און קײן קערנדל אף זיך דערנערן, קײן אָרט און שטיבּעלע אף א קאָפּ אנידערלײגן, און בּינען בּין אלײן, און גײן גײ בּאזונדער, און װוּ װעל איך אהינקומען?...

    האָט ער מיך אױסגעהערט און געשװיגן. איז ער פאר מיר געשטאנען און איך האָבּ געװארט. און געװען איז דאָס א פארנאכט, אן עלנטער און א סאָף־זוּמערדיקער, א טרױריקער און א פעלדישער. האָט זיך פון דער װײַט א ייִשעװ אָנגעזעען׃ אפן האָריזאָנט, אין פארוקטע װײַטקײַט האָבּן זיך אין טונקלקײַט און אף בּאנאכט שװאכע רױכעלעך גערױכערט, זײַנען זײ שטיל און װײַט צום הימל אופגעגאנגען. האָט ער מיר אהינצו נאָר מיט א פינגער אָנגעװיזן׃ — ״א ייִשעװ״ — האָט עס געהײסן — ״און אױבּ דער װינטער שרעקט, איז, נ י ש ט, אױבּ די װעגן שרעקן, טוט מען װי א ל ע׃ פארלאָזט מען פעלד און װעגן, איז נישט פ א ר  ד י ר זײַנען װעגן״...

    האָבּ איך נישט געװאָלט אזױ. האָבּ איך פאר אים געקניט און שטיל געלעגן, געלעגן און בּא אים מכילע געבּעטן.

    — נײַן, ד ײַ ן צײַט איז מ ײַ נ ע, דײַן ערד איז מײן ליבּע, איר װינטער — דײַן װילן, און איך גײ אױך אין װינטער״...

    האָבּ איך זיך אװעקגעלאָזט. רעגנס און רעגעלעך האָבּן מיר מײַן טאָרבּע און מײַן װעג שװער געמאכט, נעכט און פארנאכטן זײַנען מיך אין די פעלדער אָנגעפאלן, װעלדער און גאָטס גרױסע — זײַנען מיר אנטקעגן געקומען, נישט אײנמאָל האָבּ איך אין זײ און אונטער בּײמער איבּערגענעכטיקט, אלײן אף דער ערד מיט בּלעטלעך געפאלענע, אלײן אף זײער גרענעץ אף דער ערד דער נאסער — און קײן שטערן מיר לױכט נישט, קײן דאָרף מיר נישט נאָענט, און קײן הילף אף מיר װארט נישט.

    האָבּ איך געװארט. זײַנען מיר נאָך די נעכט היפּעלדיקע פרימאָרגנס אופגעגאנגען, שװערע און קלענקלעכע, הארבּסטיקע און פון זומער דערװײַטערט. האָבּ איך זיך אף זײ און אף זײערע װעגן געלאָזט, אף די קאלטע און נישט גאסטפרײַנטלעכע, אף די צוגעשלאָגענע און גאָרנישט צוזאָגענדיקע. בּין איך אין זײ אײנער אלײן אן אײדעס אפן געװעזענעם געװען — אף פארגאנגענעם און פארפאלענעם, און אף װאָס ס׳װעט נאָך קומען, אפן װינטער אפן לאנגן, אפן פארשנײטן און פארװײעטן. בּין איך פון די פרימאָרגנס — אין די האלבּע־טעג, און פון האלבּע־טעג — אין װײַטערן געגאנגען. די טעג זײַנען קורצע און די װעגן זײַנען לאנג געװען, פלעג זיך מיך אמאָל מאכן, פלעג איך אים אמאָל אין מיטן און אף א פעלד בּאגעגענען, און פּלוצלים, אין א מיטן טאָג, פלעג ער מיר אנטקעגן קומען, פלעג זיך פאר מיר פאָרשטעלן און אזױ מיך פרעגן׃

    — און װאָס, מענטש, און װי גײט עס דיר אָן מענטשן?

    האָבּ איך שױן געשװיגן, פלעג איך נאָר צו אים די אױגן אופהײבּן, האָט ער אף מיר געקוקט, האָט ער שױן אלײן געזעען... און די ערד האָט גענומען פארהארטעװעט און טריקענער װערן׃ דאָס האָבּן אף איר װינטן פראָסטיקע בּלאָזן גענומען. איז זי הארט געװאָרן און געקלונגען, אלײן נאָר מיך און מײַנע טריט אף זיך געטראָגן, האָט שױן דער װינט די ערשטע שנײעלעך און דאָס ערשטע װינטעריקס געבּראכט, האָט ער די פעלדער און דאָס װײַטקײַט און ארום־און־ארום פון זײַן זײ־טאָרבּע פארזײט. האָט מײַן טאָרבּע געפרױרן און אפן רוקן מיר געלעגן. האָבּן אף מיר טעג געטאָגט און נעכט איבּערגעגאנגען, האָבּ איך זיך אין שנײען אָנגעזעען און דאָס װײַטקײַט אין אױג ארײַנגענומען, האָבּ איך זיך צו קלאָרקײַט געװױנט און קעלט און זױבּערקײַט געװארעמט, איז ער די גאנצע צײַט צו מיר נישט געקומען, האָט ער זיך די גאנצע צײַט צו מיר נישט געװיזן, — פארװאָס?...

 

-----------------

 

    און דער װינטער איז געװען און אױך דער װינטער איז אָפּגעװען און אז דאָס ערשטע װינטל איז איבּער זײַן װעלט מיט א בּסורע איבּערגעגאנגען׃ ס׳איז נ אָ ך אים. אז די ערשטע פרײד איז אין די כמארעס געקומען און זײ רירעװדיק און אופגעלעבּט געמאכט —אָט דעמאָלט האָבּ איך אים אמאָל בּא א טײַך נאָך געשלאָסענעם אף א בּארג שטײן דערזען...

    — שאָלעם, — האָט ער מיר געזאָגט — שאָלעם און פרײד דיר.

    און ער האָט זיך דערפרײט מיט מיר, נאָך לאנגן נישט זעען זיך, נאָך אױסגעשטאנענעם און איבּערגעקומענעם, און ער האָט מיר שטיל און נישט רעדנדיק אפן טײַך און װאָס אינװײניק טוט זיך אָנגעװיזן.

    — ס׳רירט זיך און ס׳גײט דאָרט, און ס׳גײט דיר א זומער.

    און דער זומער איז נאָך װײַט געװען, אָבּער װינטער האָט געגױסעסט.

    די טאָרבּע איז מיר גרינג געװען און דער דרױסן נאָך גרינגער. די נעכט האָבּן מיך שטערן גערעדט און מיט שטערן־שײַן געשפּילט זיך, אף א װעג זיך אָפּגעזעצט און װאָס װינטן טראָגן דורכגעלאָזן, אף ארוף און אין הימל געקוקט און צום טײַך און װאסער אן אױער צוגעלעגט... און דער שנײ איז צעגאנגען און די זון האָט אים געהאָלפן, װעגן זײַנען פון היפּלען ארױס און געגנטן און װײַטקײַטן האָבּן זיך פאר אױגן אופגעדעקט, און איך בּין געגאנגען — מיט װעג מיט געבּױרענעם צוּם נײַעם און נישט געװעזענעם, מיט נעכט און מיט שטערן פאר זומער, װאָס קלערן... און רוּען פלעג פארנאכט, אף א טײַך און אף א קװאל, אף אן אוּפגעעפנטן אף א בּראָכע, און זאָגן פלעג אזױ׃

    — איך גײ און איך גײ, און איך האָבּ װאָס צו גײן, און צו װעמען צו קומען אין פרײד און אין פרילינג...

    און אז געקומען איז דער פרילינג, און איך האָבּ דעם לאנג געװארטן בּאגעגנט צום ערשטן, און געװען איז פארנאכט, פון א טאָג שױן פון ניסן׃ די זון איז פארגאן װײַט מיט יוגנט און קױעך, אין היפּעל, װאָס בּלאָ. און אין פעלדער פארפריִער, — האָבּ

איך אף מײַן קאָפּ און אף מײַן גאנג א מאכנע גענדז דאן פליִער דערזעען. קיל און אָװנטיק איז דאָס פעלד געלעגן. אױסגעשטערנט און הױך־אָפּגעשײדט, רײן און דערהױבּן האָט דער הימל דאן אױסגעזעען. האָט זיך פון דער הױך און פון אונטער הימל א קאָל דערהערט, פון פאָכען און פון פליגל, פון גענדז און פון הױך־פליִענדיקע. האָבּ איך מײַן קאָפּ אופגעהױבּן און א י ם דאָרט פון אױבּן מיט גענדז און פון ערגעץ אָנקומען דערזעען.

    — גוטן אָװנט דיר! גענדז גריסן דיר און בּאגריסן. גענדז פון װײַטן און פון װילדן; װאָס זאָגסטו צו די גענדז?...

    — גוט, און גוטן אָװנט! — האָבּ איך אים פון אונטן און ארוף געשריגן, — זאָלן זײ פליִן און זיך פרײען, אין דער נאכט און ערעװ־פרילינג, מיט דיר, װאָס דו פירסט זײ, אף װעגן אין הימל; דײַן מענטש גײט אלײן, ער װיל דיך נאָר זען, און פון צײַט און צו צײַט כאָטש, כאָטש האָבּן די זכיִע...

    האָט ער מיר צוגעזאָגט, מײַן האר, און מיט אָװנט און מיט גענדז איבּערגעפלױגן.

    און נעכט זײַען פארגאנגען און פרימאָרגנס זײַנען געקומען, און די פײגלען זײַנען אף ערטער און אין ייִשעװן אָנגעקומען, טעכער זײַנען זײ אנטקעגן און מיט פולן געגאנגען, מיט פרימאָרגנס און פארטאָגן און געזעמל־געזאנגען, מיט װאסער מיט פרישע און מיט דערפער און דעכער, מיט נעסט און האװטאָכעס פון הױך און פון העכער, פון הימלען פון בּלאָע און ערעװ־פארטאָגן, װאָס שטילע זײ שװײַגן און צוזאָגן זאָגן, און רופן אהערצו, צו זײ און צו קומען, װײַל פרילינג אין לאנד האָט שױן אלעס פארנומען, און פײגלען זײ פאָלגן און אלע אָן אױסנאם, זײ פאָלגט נאָר אלײן ניט דער מענטש, נאָר דער גײער. און איך בּין געגאנגען. שטילקײַט און פארטאָגן האָבּן מיר אײנעם אלײן אין פעלדער געזעען, פאר פרי און פאר אלעם, פאר נעסט נאָך און פױגל, פאר טױ און פאר גראָזן, פאר פּאשע אין פעלדער, פאר פּאסטעכס ארױסגײן פאר פּיפּס נאָך אין װעלדער, —בּין איך מיט מײַן פּעקל אין פארטאָגן געקוּמען, פון װײַט און פון װינטער אן אױרעך אהערצוּ, אף לאנג זיך צו שפּײַען פאר װינטער און הונגער, און פרײַ דאָ פארבּרענגען אף אלע פארגעניגן.

    אזױ, האָט געדאכט מיר, געמײנט האָבּן פעלדער, פארטאָג װען געקומען,צו זײ בּין איך מיט פּעקל...

    און געזאָגט האָבּן פעלדער, און אזױ מיך בּאגעגנט׃

    — אָט איז דאָרט פון װײַטן, אין עק פון דעם הימל, עס שלאָפט דאָרט א ייִשעװ קלײן און אין פרילינג, פארזױכערט אין שלאָף און אין טאָג און פארמעגן, מיט שטיבּער און שטאלן און קינדער און רינדער, און ערד דאָך פארזײט ער בּאנאכט אָן א שױמער, אלײן נאָר פאר פרילינג, פאר פעלד און פאר בּײמער, — אָט דאָרט איז אן אָרט פאר דעם גײער אף זומער, אָט דאָרט איז אן אָרט דיר אף אָפּרו און מענוכע.

    אזױ האָבּן פעלדער געזאָגט מיר און פארטאָג מיר געײצעט.

    און איך האָבּ געהערט און מײַן װעג מיר געגאנגען, האָבּ שטיל נאָר מײַן שטעקן און טאָרבּע געטראָגן, אלײן נאָר א גײער אין פעלדער, פארטאָגן.

    און אײנמאָל, אין א פרימאָרגן האָבּ איך מײַן האר אין א פעלד שטײן דערזעען. גרין און אױסגעגראָזט איז דאָס פעלד דאן אין ליכטיקן און אין פרימאָרנדיקן געלעגן, פאר זון און װײַטן און פאר אל־ראָד און ליכטיקײַט. אין אײנעם אן אָרט איז א טײַכל פארבּליבּן. פון װאסער פון פרילינגדיקער און פון װינטעריקן א נישער, פון שנײ צעגאנגענע, און פעלדס סימען־בּראָכע... האָט עס זיך אף דער זון געשפּילט און געװינטלט, געשטראלט און געבּלאָזן פאר בּרעגעלעך פאר בּײדע. האָט עס דאָס פעלד געליבּט, האָט דערוף דאָס גאנצע פעלד דעם גאנצן פרימאָרגן געקוקט. איז דערבּײַ פארטראכט און אף א בּרעגעלע דער האר געשטאנען, און אין לױטערן און אין ליכטיקן, אין װאסערן און אין קװעלנדיקן ארײַנגעקוקט... בּין איך אונטערגעקומען און בּאם האר פון הינטן זיך געשטעלט. בּין איך אזױ געשטאנען, לאנג און לענגער און אף מײַן האר געקוקט, ליבּ און פרילינגדיק און פאר זײַן װאסער־שטײן. האָט ער מיך אין טײַכעלע דערזעען. האָט ער זיך צו מיר אױסגעדרײט און מיך און מײַן קערפּער, מײַן קאָפּ און מײַן פּאנעם מעקאבּל געװען׃

    — װאָס מאכסטו גײער?

    — פרילינג און גנאָד אף מײַן האר און זײַן קומען! —האָבּ איך אים געבּענטשט.

    — און גײן?

    — גײן איז מיר װױל, און בּיפראט, אז איך זע, אז מײַן האר אין זײַן לאנד, און פון צײַט און צו צײַט, ער בּאפױלט אונדז מיט קומען.

    — און נו?

    — און גײן װעל אױך זומער. פון לאנד און צו לאנד אים, פון אײן ערד צו צװײטער, בּיז ערד װעט נאָר קלעקן... און װעט זי מיר אױסגײן, דאן קוּם איך צום יאם צו, צום װאסער צו גײן, און שטעל זיך אװעק דאן א דאך און א שטיבּל, און בּלײבּ דאָרט אף זומער, בּאם יאם און א פישער, אף גאָלד־פיש צו פאנגען און פּערל צו קלױבּען, פאר האר מײַן פאר גרױסן, פאר האר פון דעם זומער.

    און מײַן האר האָט געשמײכעלט. שטיל האָט ער מיך אין מײַן שטײן און מײַן הילעך בּאטראכט, געשמײכעלט — און אין פּאנעם מיר ניט געקוקט, נאָר מיט זײַן האנט מיט א ליבּער א װעג מיר דאָרט אפן האָריזאָנט אָנגעװיזן...

    און אױך איז דער פרילינג געגאנגען, און דער זוּמער איז געקומען. און די ערד זיך מיר אױסגעלאָזט, און איך בּין צו יאם אָנגעקומען צו זײַן װאסער דעם געזאלצענעם, צו זײַן פרי און פרײלעך, און קײן שיפל האָבּ איך ניט געהאט, און קײן פישער האָט אף זײַן בּרעג געװױנט. בּין איך בּא אים פארבּליבּן, בּאם בּרעג און בּאם װאסער, און אײנער אלײן אים, אף היטן און קוקן, פון װײַטן צו װארטן, די װאסערן גרױסע, װאָס װעלן זײ בּרענגען —אהער צו יאבּאָשע.

    און איך בּין געבּליבּן.

    און טעג האָבּן געטאָגט מיר, און נעכט מיר גענעכטיקט, און יאם האָט געשפּילט מיר און װאסער געבּרױגעזט, און יאם האָט געװױנט מיר צו זיך און פארװיגט מיך, פון צײַט און צו צײַט א מאטאָנע געבּראכט מיר, א פּערל א װײַסן אף בּרעג מיר געװאָרפן, האָבּ איך זײ געקליבּן און אײנע צו אײנע, אסאך אָנגעקליבּן און יאם־רײַך געװאָרן, נאָר קײנער דאָך װײסט נישט פון מיר און מײַן פּערל, און קײנער דאָך קומט נישט מײַן רײַכטום צו זען, קײן סױכער פון װײַטן אף בּרעג קײנמאָל שטײַגט נישט.

    און אײנמאָל, אין אן אָװנט אין א ליכטיקן, א לעװאָנעדיקן און בּאם־יאמיקן, איז דער האר מײַן פון װײַטן, פון האָריזאָנט און פון װאסער צו מיר אָנגעקומען.

    פון דעם יאם און פון לעװאָנע־װײַס, פון דער װײַט און פון װאסער כװאליענדיקער איז ער צום בּרעג ארױסגעגאנגען, און אף דער יאבּאָשע געשטיגן. שטיל, אָװנטיק אפן בּרעג אפן ליכטיקן בּין איך דאן מיט מײַנע פּערל געלעגן, זײ אף זאמד און א י ך נעבּן זײ, האָבּ איך זיך מיט זײ געשפּילט, פון האנט צו האנט און פון זאמד צו זאמד געשאָטן... האָבּ איך זיך פארשפּילט, האָבּ איך די גאנצע צײַט אפן יאם נישט געקוקט און דעם האר און זײַן אָנקומען נישט בּאמערקט.

    איז ער אָנגעקומען, האָט ער זיך נעבּן מיר אװעקגעשטעלט, שטיל פאר מיר און פאר מײַן פארשעמט־װערנדיקײַט, און פאר זאמד און מײַנע פּערל. בּין איך פאר אים מעװוּיעש און ליגנדיק געבּליבּן, און נישט קײן אױג און נישט דאָס פּאנעם, און נישט דעם קאָפּ און נישט דעם קערפּער אופגעהױבּן׃

    — מײַן האר, איך בּין פארשעמט...

    האָט ער געװארט. האָבּ איך אים דערנאָך שטיל און שולדיק די פּערל אײנע נאָך אײנע דערלאנגט. האָט ער זײ בּא מיר צוגענומען, האָט ער אף זײ נישט געקוקט זײ נעמענדיק, נאָר שטיל און מין־האצאד האָבּ זײַן בּאדױערן מיך דערזעען, און שטיל און נאָך שטילער פון זײַן הארצן א זיפץ דערהערט.

    און איך האָבּ פארשטאנען. בּאלד האָבּ איך פון דער ערד און פון מײַן אָרט דעם טאָמעדיקן מײַן שטעקל און מײַן טאָרבּע אופגעהױבּן, צום יאם זיך אױסגעקערעװעט, מיטן פּאנעם צום יאבּאָשע און פונװאנען איך בּין אָנגעקומען, און פארן אװעקגײן נאָך אף מײַן האר א קוּק געטוּן׃

    — מײַן האר!

    — גײ, גײער!

    און איך בּין אװעקגעגאן. און אז דער זומער איז פארגאנגען, אז נאָך יענעם זומער איז דער הארבּסט אָנגעקומען, און אז דער הימל האָט זיך מיט װאָלקנס און מיט מאָרעשכױרע פאךנומען, און דער הימל האָט געגאָסן, אף ערד און אף װינטער, אף פעלדער און אף װעגן, און אלעם הארבּסטיקן אנטקעגן, —

    האָבּ איך שױן גאָרנישט געזאָגט, האָבּ איך שױן צו מײַן האר נישט גערופן, און נישט געװאָלט און נישט דערװידערט, נאָר שטיל און הארבּסטיק, אין די פארנאכטן און פארטאָגן אף שטענדיק מײַן גױרל אין מײַן טאָרבּע געטראָגן.



Der Nister—literally The Hidden One—was the pen name of Pinkhus Kahanovich. Born 1884, in the city of Berdychiv, in what is now Ukraine, in 1920 he went into brief exile, returning to the Soviet Union in 1925. In 1950, he was arrested in conditions of secrecy, and died shortly thereafter in a prison hospital. To date the only book-length translations of his work into English are of the social-realist novel The Family Mashber, and Regrowth, a collection of posthumously published short stories.